Семен Цванг поэма "Ревекка" "רבקה" в переводе Сары Зингер

Всё о языке идиш

Moderator: Ontario14

Forum rules
На форуме обсуждаются высказывания участников, а не их личные качества. Запрещены любые оскорбительные замечания в адрес участника или его родственников. Лучший способ защиты - не уподобляться!
Post Reply
Семен Цванг
активный участник
Posts: 73
Joined: Sat Mar 22, 2008 8:13 am

Семен Цванг поэма "Ревекка" "רבקה" в переводе Сары Зингер

Post by Семен Цванг »

רבקה

אויף מיזרח ט'זיך געשלעפּט א גראָע באן
רבקה כּדי פונ'ם קריג, פונ'ם טויט-שרעק זיַין וואָס וויַיטער.
און ס'האָט א מענטשן-שטראָם מיט איר ביַינאנד
אין אָט דער זעלבער ריכטונג זיך געקיַיקלט...

און אין דער באן – דאָרט קרעכצן און געוויין,
קינדער-געשריי, א ליארעם, א הארמידער...
א זקן א געשטאָרבענער, אוי-וויי,
מיט א מין רעדנע צוגעדעקט אָט ליגט ער...

א טראָגעדיקע פרוי בשעת דעם וועג,
מסוכּן שווער געוואָרן איז א מאמע.
אָ, ווי זשע, ווי אכזריותדיק ביסט, וועלט!
דו שאפסט אליין טראגעדיעס און דראמעס.

ביַי נאכט פאשיסטן אויף דער סאמע באן
א סך אראָפּגעוואָרפן האָבן באָמבעס.
אראָפּ פון רעלסן פיל וואגאָנען דאן,
פארגרעסערט ט'זיך די צאָל פון קריגס-קרבנות.

ניט מיט זיַין קול שריַיט דער לאָקאָמאָטיוו.
פון שרעק און וויי דאָס הארץ אויף שטיקלעך ריַיסט זיך.
אָט – אינעם גראָז א פרוי גאָר שטיל זיך ליגט
מיטן מיידעלע דעם ניַי-געבוירענעם געהאלדזט זיך...

דאָס קינד איז לעבעדיק, די מאמע – טויט.
פארקוועטשט א מעדאליאָן אין אירע קאלטע פינגער.
צוויי פּנימער אין איינעם זעט מען דאָרט.
און אויף דער צווייטער זיַיט איז אָנגעשריבן:

"די ליבע אונדזערע איז ביזן סוף."
אין רוסיש ס'קלינגט :"ליובאָוו אוּ נאס דאָ גראָבא."
און אָט – געחתמעט האָבן זיי דערנאָך:
"וואסיליי אי אנפיסא ביריוקאָווי."

און איצטער אין דער מאמעס הענט דאָס קינד
זוכט מאמעס ברוסט אונטער דער בלוזקע דינער.
נישטאָ די מאמע, ניט קיין טראָפּן מילך...
צום הימל בלויז די הענטעלעך זיך ציִען...

ס'האָט זיך געדאכט – קיין אויסוועג איז נישטאָ
פון אזא ביטערער, גרויליקער לאגע.
נאָר ס'האָט געראטעוועט דאָס פּיצל יענעם טאָג,
א פרעמדע פרוי, געוואָרענע א מאמע.

צי וויסן האָט דען ס'מיידעלע געקאָנט,
וואָס ביַי דער פרוי בעת יענער נאכט – דער זעלבער! –
דעם מאן און ס'קליינינק קינד דערהרגעט האָט
איין שפּליטער און ניט מער. אין גאנצן איינער...

ווי אויך דאָס פּיצל וויסן ט'ניט געקענט,
אז ס'איז איר מאמע, רוסישע אנפיסע,
אויף יענער וועלט, אין אייביקייט אוועק,
א מאמע ייִדישע פארמאָגט זי איצטער!..

די יאָרן לויפן, ס'מיידעלע זיך וואקסט,
הייסט רבקה – פון די אָבות איז איר נאָמען.
זי ז'מלא חן, די אויגן – בלוי, און ליכטיק, וויַיס,
באגיַיסטערט איז ביַי רבקהלען דאָס פּנים.

זי ז'פול מיט שטאָלץ. זי ז'קלוג און טאלאנטירט.
ווי מאָנא-ליזעס שמייכל אויף די ליפּן.
נשמה – ריין, קול – ווי א גלעקל קלינגט.
איר מאמע האָט זי ליב מיט ליַיב און לעבן...

זי, רבקה, ט'ניט פארגעסן דעם קאיאָר,
ווען ס'האָט געזאָגט צו איר די מאמע איידל:
"היַינט – דיַין געבוירן-טאָג, דיר ווערט פּונקט 18 יאָר,
מיַין טעכטערל, מיַין ליב און טיַיער מיידל!

אָט איז דיַין מעדאליאָן. דו טראָג אים. כ'דענק –
ער וועט פאר דיר ווי א קמיע ווערן.
די פּנימער די צוויי דו פארגעדענק! –
מיר דארפן דאנקבאר זיַין זיי ס'גאנצע לעבן..."

כּדי צו לערנער זיך אינעם מעדין*,
אלע עקזאמענס, וועלכע מ'האָט געפאָדערט,
אויף "5" האָט רבקה שולמאן אויסגעהאלטן.זי
ט'געהאָפט, אז אלץ וועט זיַין ביַי איר אין אָרד(ע)נונג.

זי שטעלט זיך פאָר, ווי פריילעך וועלן זיַין
איר מאמעניו און אלע פריַינד-חברים
דאן ווען פאר זיי זי וועט זיך מודה זיַין,
וואָס אלס סטודענטקע ז'איר געלונגען ווערן.

נאָר איידער וואָס – כאָטש הויך דער באל געווען,
וואָס זי אויף די עקזאמענס האָט באקומען –
אין דער רשימה גלוסט זיך איר דערזען
גענוי איר אייגענעם פאמיליע-נאָמען.

אך, ליידער, ניט דערזען זי האָט אים דאָרט.
"ניין! ס'קען ניט זיַין! – זי ט'אויסגעשריגן – וויי ז'מיר!"
און צו דעם רעקטאָר גליַיך א לויף געטאָן,
וווּ פונ'ם פּעדראט** די זיצונג איז געוועזן.

"אן ענטפער אויף מיַין פראגע הערן כ'וויל:
פאר וואָס, פאר וואָס נאָר מ'האָט מיך אָפּגעשטויסן?!"
דער רעקטאָר האָט געוואָרפן אויפן ראט א בליק,
און עפּעס שעפּטשען האָט ער אָנגעהויבן...

כאָטש שטיל ער האָט גערעדט – זי האָט דערהערט:
ניט אין די הויכע אירע באלן דאָ ז'דער צוועק! –
דער 5-טער פּונקט אין איר אנקעטע איז דער עיקר! –
זי איז דאָך א זשידאָווקע – שולמאן רבקה!

דערנאָך זי האָט דערהערט פונ'ם רעקטאָר: "וואָן!"
אין ייִדיש דאָס באדיַיט: "ארויס פון דאנען!"
ביַי איר א פאל געטאָן דער מעדאליאָן,
און אויפן דיל זי ז'מיט געוויין געפאלן...

דער רעקטאָר האָט אָן איבעריקן חשק, מיד
צו איר זיך אָנגעבויגן און דערזען האָט פּלוצלינג,
ווי פונעם מעדאליאָן צו אים גליַיך ווינקט
זיַין הייליקע ביז היַינט נאָך וויַיטע יוגנט...

"אָ, טאָכטער מיַינע! שולדיק בין איך קעגן דיר.
דו זיַי מיר מוחל, זיַי מיר מוחל – כ'בעט דיך!"
דערנאָך ארומגענומען האָט ער זי
און אויף די קניִעס פארן מיידל באלד געשטעלט זיך.

"און וווּ ז'אנפיסע – וווּ דיַין מאמע איז?" –
אלץ אויסגעפרעגט ער האָט ביַי רבקהן בלייכער.
"ניין, קיין שום אנדער מאמע ווייס איך נישט!
מיַין מאמע איז נחמה, און אויף אייביק!

אנפיסע? ס'גייט די רייד דאָ פון דער פרוי,
וואָס אינעם מעדאליאָן שטייט לעם געליבטן?
מיר וועגן זיי די מאמע האָט געזאָגט אזוי:
ביסט זיי, מיַין קינד, מחוּיב מיטן לעבן!.."


* * *
לעבן א קליינער סטאנציע – א ראָוו,
וואָס היט דעם וויי פון יענער וויַיטער דראמע.
דאָרט שטייט דער גרויער רעקטאָר ביריוקאָוו,
ביַינאנד מיט אים – אי רבקה, אי נחמה.

גורלות האָבן דאָ צונויפגעמישט זיך.
אויך טרערן, בלומען, גראָז אזש ביזן גארטל...
א וויַיסע טויב אין הימל טוט א לאָז זיך,
און ערשט האָט א קוריערצוג דורכגעקנאקלט...

- - - - - - -
*מעדיצין-אינסטיטוט
**פּעדאגאָגישער ראט
Post Reply