Стихи Семена Цванга в переводе Сары Зингер

Всё о языке идиш

Moderator: Ontario14

Forum rules
На форуме обсуждаются высказывания участников, а не их личные качества. Запрещены любые оскорбительные замечания в адрес участника или его родственников. Лучший способ защиты - не уподобляться!
Post Reply
Семен Цванг
активный участник
Posts: 73
Joined: Sat Mar 22, 2008 8:13 am

Стихи Семена Цванга в переводе Сары Зингер

Post by Семен Цванг »

[



אקאָרדן פון הארבסט

דאָ, אין ישׂראל, שטארק הייס ביַי אונדז זומער אי
שׂרפעט די זון. אז מיט אומגעדולד ווארטסט,
ווען וועלן שוין די אקאָרדן דערהערן זיך
פון ערשטע טראָפּעלעך רעגנס בעת הארבסט.
אָסיען, דערפריי אונדז מיט שטורעמס, מיט גאָסרעגנס,
פאָרלייגן וויַיטער די קלאנגען דו דארפסט.
יענע אקאָרדן... ווי וווּנדערבאר זענען זיי –
פון ערשטע טראָפּעלעך רעגנס בעת הארבסט...
ציטערט ס'געבלעטער, און גרעזעלעך ציטערן...
א נאכטיגאל, און ביַי מענטשן דאָס הארץ,
ווען ס'שפּילט דער הימל – שלאָגט ווי איבער קלאווישן...
מיט ערשטע טראָפּעלעך רעגנס בעת הארבסט.



עלטערן דארף מען זיך שיין

אויב פון דער עלטער סימנים זיך אויסדאכטן,
אויב ס'ריַיסט זיך איבער דער פאָדעם פונ'ם טרוים,
ווערן געפאלן ביַי זיך פון דעם דארף מען ניט! –
שאפן און וואגן איר וויַיטער לייגט פאָר.
אויב אומרו כאפּט איַיך ארום צי אפּאטיִע,
אויב אין די אויגן פארלעשט זיך די שיַין,
גיַיסט איז אויף אויסהיילונג בעסטע גאראנטיִע,
ס'גלויבן: די עלטער איז בלויז ניט פאראן.
ס'פעלט דען אראָפּגיין פונ'ם צוג וואָס אָט פאָרט ער באלד,
און שפּעטער נאָכשפּירן נאָך אים מיט צער?
מענטשן! זיך עלטערן ווערדיק און שיין מען דארף.
דאן ייִנגער, פעסטער וועט זיַין איַיער הארץ!




ביז וואנען ס'לעבט זיך...

מ'וועט ווען-עס-איז (ווער ווייסט דאָס – ווען) דערמאָנען מיך.
מ'וועט זאָגן: "יאָ, אָט-דאָ האָט ער געלעבט!.."
און איך... איך לעב! איך לעב, האָב ליב ווארעניקעס,
שאף לידער, און אנטציקט כ'בין מיט דער וועלט!
סיַי פרייד, סיַי לייד ביַי מיר אין לעבן טרעפן זיך,
נאָר מ'גורל קיין מאָל איך באשולדיק נישט.
און אויב איַיך זאָגן אָפן, זאָגן אויפריכטיק –
דאָ פון מ'גן-עדן פיל באקוועמער איז!
ווער ווייסט, וואָס צוגעגרייט פאר מיר דער גורל מיַין:
צי גוטע וואָר, צי גאָרניט "איי-איי-איי"...
ניט שטענדיק קען דאָס לעבן זיס ווי האָניק זיַין.
נאָר, ביז עס לעבט זיך, לעבן איז כּדאי!




שלום דיר, לעבן!

פארטאָג, אויפן באלקאָן כ'שטיי, קוק אראָפּ:
ס'לעבט אויף די שטאָט אין שטראלן פונ'ם פרימאָרגן.
עס זינגען פייגל, ראשן די מאָטאָרן...
"שלום דיר, לעבן" – פריידיק צו אים כ'זאָג.

גליַיכציַיטיק – ס'קען דאָך זיַין – א פּיצל קינד
האָט מיט זיַין ערשטינקן געשריי באפוילן:
ס'איז נאָר וואָס אויף דער וועלט געבוירן געוואָרן!
געבענטשט זיַי, וועלט! געבענטשט זיַי, יעדער קינד!..

כ'קליַיב איבער פאָטאָבילדן אין אלבאָם.
אָט – א יונגאטשל, אָט – כ'בין א דערוואקסלינג.
אָט – א סאָלדאט, אין א שינעל צו לאנגער...
און אָט – א וועטעראן, מיט אוראייניקלעך שוין.

גיך לויפט די ציַיט. נאָר לעבן – סיַי ווי ז'פרייד!
גאנצפרי לעם ים גימנאסטיק תמיד מאך איך.
איבער דעם 9טן שוין יאָרצענדליק שפּאן איך
און זינג "שלום דיר, לעבן!" שטילערהייט...

אויב זיך ארומקוקן, כ'ווייס – אויפלעבן וועט אלץ,
וואָס דורכגעלעבט אין לעבן כ'האָב אין מיַינעם.
געטראכט, ווי אָנרופן מיַין בוך דאָס ניַיע...
"שלום דיר, לעבן" – ט'פאָרגעלייגט מיַין הארץ.




מונטער, פעיִק, זיכער...

כ'לעב, און ביז 100 יאָר דערלעבן האָף.
דערצו איך סטארע זיך זיַין מונטער, פעיִק.
ביז פון "אלצהיימערן" ניט אָפּהענגיק כ'בין נאָך,
אויף מיַינע פיס כ'שטיי פעסט, און זיכעק גיי איך.

די וויסנשאפט פונ'ם לעבן זאָגט אונדז פאָר
כּמעט אומשטערבלעכקייט. וואָס כ'זאָל איַיך זאָגן? –
מיר פעלט זי ניט. א יאָר, כאָטשבע א יאָר
(נאָר א געזונטס!) איך בעט פאר זיך ביַים גורל.

כ'בעט: פאר דער ציַיט דו בייג מיך ניט צונויף!
כ'וויל – מיַין נשמה איידל, צארט זאָל זינגען.
און... פרויען ליב איך! – זאָלסטו וויסן אויך.
ן זיי מיַין לעבן בלויז האָט קיין שום זין ניט!


מוזיי

כ'וויל קיינעם גאָרניט איבערראשן,
קיין רעוועראנס מיר פעלט ניט גאָר.
מוזיי פון פעלערן כ'טו שאפן
פאר מיַינע 7 צענדלינג יאָר.

אוי, וויפל טעותן, מפלות
בשעת דער ציַיט האָב איך געהאט!..
און וויפל אויף מיַין וועג סכּנות...
ניט שטענדיק גייט דאָס לעבן גלאט.

און וויפל מזלדיקע יאָרן?
כּמעט קיין שפּור ניטאָ פון זיי...
אז כ'שאף פון טעותן – א גרויסן,
פון גליק – א קליינינקן מוזיי.




א פּאלמע

א הויכינקע פּאלמע, ווער ווייסט, וויפל יאָרן,
אנטקעגן 5-שטאָקיקן הויז אונדזער שטייט.
ס'קען זיַין, אז זי האָט א מין גוטן זכּרון,
א הארץ, וואָס אונדז, מענטשן, איז מיטפילן גרייט.

פון אונדזערע שכנים די דאגות, די טרוימען
פארשטענדלעך און נאָענט איר זענען, ס'קען זיַין.
דאָך מיט אירע גרינינקע זאָרזאמע אויגן
כּסדר זי קוקט אין די פענצטער אריַין.

און פרייד צי אן אומגליק – וואָס זאָל זיך ניט טרעפן –
צי עמעץ פון אונדז עפּעס טאָן זאָל א בעט,
ס'געבלעטער גיט איבער אין הימל דאָס תיכּף,
און וואָרצלען די טיפע דערציילן דער ערד.

פון לאנג שוין פאר אונדז זי איז ווי א מין קרובה,
פאר די קינדער-אייניקלעך ווי ליב זי איז!
אך, פון דער נאטור ווייניק ווייסן מיר סודות...
די פּאלמע – ג-טס נס פונעם הימל ז'געוויס!




ביז וואנען מיר זיַינען מיט איַיך
(צו די קינדער און אייניקלעך)

האַט א טראָפּעלע געדולד צו זיידע-באָבעס!
פאר די גראָע האָר און רונצלען זייט ניט ברוגז.
אלט און שוואך מיר זיַינען איצט. טאָ וואָס זשע טוט מען?
צי כּדאי אונדז פאר דער ציַיט תכריכים אָנטאָן?

מיר'ן איַיך געליבט, געפּעסטעט און געכאָוועט.
איַיך אוועקגעגעבן אלע כּוחות האָבן.
אלט און שוואך מיר זיַינען איצט. טאָ וואָס זשע טוט מען?
צי כּדאי אונדז פאר דער ציַיט תכריכים אָנטאָן?

איר באציט זיך טאָלעראנט צו אונדז צו אלטע! –
זאָל מען איַיך אליין ניט רעכענען פאר אלטע...
אלט און שוואך מיר זיַינען איצט. טאָ וואָס זשע טוט מען?
צי כּדאי אונדז פאר דער ציַיט תכריכים אָנטאָן?




מיַין קיניגריַיך

צו א קיניגריַיך צוגליַיכן קעו מען
אונדזער ציַיט, וואָס מיר לעבן אין איר.
כ'בין א מלך אין קיניגריַיך מיַינעם,
וואָס איין בירגער אין אים עקסיסטירט...

קיין שום קרוין כ'האָב ניט און אויך קיין טראָן ניט.
אלץ כ'באפעל און פיל אויס נאָר אליין.
פריַינד פאראנען ביַי מיר מיליאָנען
פון מלוכות אזעלכע, ווי מיַין.

ס'פעלט מיר גאָרניט קיין שום פרעמד עשירות.
תמיד ערלעך כ'פארדין זיך אויף ברויט.
אז מיר פרעמד זענען קינאה, רכילות,
ס'פעלט מיר ניט קיין פּאלאץ, ניט קיין קרוין.





ווערטיקאל

כ'האָב ליב, כ'פארגעטער ווערטיקאל.
ביז וואנען כ'לעב, כ'בין ווערטיקאל דאָך.
ביז וואנען מונטער, פעסט איך שפּאן,
מיַין וועלט איז הויך, בילדשיין, רעאל נאָך.

האָריזאָנטאל מאכט שווער מיַין הארץ.
ווי אייביקייט, זי ט'אויסגעשפּרייט זיך.
כ'גיי – האָריזאָנט ווערט וויַיטער אלץ...
אויף יענער זיַיט פון אים וואָס וואָרט מיך?..



פלי ניט אוועק!

אָ, כּישוף-ביכל מיט צוויי פליגל!
אין דיַינע זיַיטלעך זיך פארהיטן
סיַי חכמה, קלוגשאפט און סיַי וויפל
מענטשלעכע הארציקע געפילן.

א ביכל עפן איך און פלי
גליַיך צו א שפּיץ פון וויסנשאפט.
דאָס הארץ מיַין זינגט, נשמה בליט,
אבי נאָר כ'נעם א בוך אין האנט.

מיט ליכט מיט זיַין מיַין לעבנס-וועג
באלויכטן איז געווען כּסדר.
מיט אים באגיַיסטערט ווערן כ'פלעג
אין אלע ציַיטן. אויך אצינדער.

פון אלף-בית פונ'ם ערשטן אות
ביז ריַיכקייט פון ביבליאָטעקן
דיר, בוך, א דאנק מיר דריקן אויס! –
העלפסט מענטשלעכקייט אין אונדז דערוועקן.

נאָר ס'לויפט די ציַיט פאָרויס. און איצט,
לויט פיל סימנים קלאָר מען זעט:
אלץ מער דיר ביכער-וועלט זיך ציט
צו סיַיטן פונעם אינטערנעט.

ס'א שאָד: דאָס בוך זיך ענדערט – ס'ווערט
ווי זאָדיאקס א עטער-סימן...
ניט מיט דער האנט עס טאָן א גלעט,
אין פּארק מיט זיך כ'וועל עס ניט נעמען...

ניט שענקען קיין מאָל פאר די פריַינד...
אויף קיין שום בוך וועל איך ניט קענען
שום ווידמונג אָנצושריַיבו מיַין,
ניט זיַיטלעך בלעטערן, ניט לייענען...

כ'בין מסכּים, אז דער אינטערנעט
מאכט גרינגער ס'לעבן פאר די לייענער,
נאָר ביַי דעם בוך איך בעט און בעט:
"פלי ניט אוועק! פארבליַיב אויף אייביק!"





כּלי-זמרים שפּילן

אין שנייוויַיסע העמדלעך,שווארצינקע זשילעטן,
פידלען אין די הענט, טרומייטן צי קלארנעטן...
אָדער ס'הילכט א פריילעכס – טאנצט דער סמיטשיק, שפּרינגט ער,
אָדער הערצער וויינען – ווען די סטרונעס כליפּען...
שענסטע פון געפילן וועקט אויף כּלי-זמרס שפּילן.

זאָגט: פון וואנעט שטאמט איר, ליבע מוזיקאנטן?
סיַי ניגונים איַיערע? איַיערע טאלאנטן?
ענפערן איינשטימיק יענע כּלי-זמרס-חסידים:
"פון אבראהמען שטאמען און פון דודס תהילים."
כּלי-זמרס! איַיער שפּילן מאכט אונדז ווי באפליגלט!..

טיַיערע כּלי-זמרים! אונדזער טרייסט די העכסטע!
איַיער שפּילן תמיד קוויקט אונדזערע הערצער.
איר באוויַיזט, אז סטרונעס כּישוף קענען מאכן:
אז זיי קענען קוועלן, ציטערן און לאכן...
שפּילט! מיט יעדן ניגון שענקט אונדז פארגעניגן!

אָ, ווי אשכּנזים האָבן ליב אָרקעסטערס!
און, באזונדערש, ווען איר שפּילט, געבענטשטע כּלי-זמרס.
זאָל זיַין אויף א חתנה, צי אויף א קאָנצערט,
בעת א יום-טוב ייִדישן... שענקט אונדז, כּלי-זמרס, פרייד!




א צוויַיגל

צעבראָכן האָט דער ווינט א צוויַיגל.
אז האָט עס מיט זיַין צוויט דעם וויַיסן
געטאָן א בייג זיך און א שאָקל –
ווי מיטן בוים געזעגנט ס'האָט זיך...

און פונעם צוויַיגל טרערן-זאפטן
באלד האָבן אָנגעהויבן קאפּען.
ס'האָט אויף די אָדערלעך די גרינע
זיך קוים געהאלטן, אויף די דינע.
מיר האָט א קלעם געטאָן ביַים הארצן
פונעם געדאנק: "ס'וועט מוזן שטארבן!"

איך האָב א גלעט געטאָן עס סתם,
עס אויסגעגליַיכט און צו זיַין שטאם
עס צוגעבונדן, צוגעפעסטיקט.
און שפּעטער בלויז פון אים פארגעסן...

נאָר איינמאָל, בעת דעם זומער הייסן
ווען כ'בין געגאנגען דורכן געסל,
צו מיַינע פיס אראָפּגעפאלן
דריַי אבריקאָסן פונעם צוויַיגל...




אל-קונייטרה

אל-קונייטרה – אזוי פּונקט, שטאָט, הייסטו.
ס'הענגט א סירישע פאָן איבער דיר.
אָבער וואָס איז געשען, אל-קונייטרה?
וואָס ט'געמאכט די מלחמה מיט דיר? –

אלע פענצטער דורכויס – אָן שום שויבן...
חורבות און א צעשמעטערטער דאָט...
דורך בינאָקל און אָן א בינאָקל
כ'זע – ניט לעבעדיק, טויט ביסטו, שטאָט.

די שווערד אויף די גולנער בערגלעך
האָט די חיה דמשׂקס אנטבלויזט
און געטאָן א געשריי האָט מיט בייזקייט:
"פון ישׂראל אָט מאכן מיר אויס!"

טאנקען סירישע – ייִדישע טאנקען...
רויך און פיַיער, און אש אין דער לופט.
צעוויינט האָט זיך הייליקער ירדן,
זיך צונויפגעמישט וואסער מיט בלוט...

דער קאפּריזיקער מלך סירישער
שוין פון לאנג ליגט זיך טיף אין דער ערד.
און באשטראָפענע שטאָט – דאָס דערזעעניש –
דאָ לעם אונדזערע פיס ט'זיך צעשפּרייט.

ס'איז אפּריל. אז דער שניי גיך צעגייט זיך.
שניי וואָס ליגט אויף חרמון – אויף דעם בארג.
אך, ארום און ארום סארא שיינקייט!
ניט קיין חלום דאָס איז – אזא פּראכט?

א גראָער טוריסט פון קאנאדע,
ווי געטראָפן האָט וועגן וואָס כ'טראכט,
פארגעבן מיר האָט ער א פראגע:
"סינאה, קריג און טעראָר – ווער דאָס דארף?.."

פון לאנג מענטשן ווארטן אן ענטפער:
דאָ שלום וועט ווען-עס-איז זיַין?
און צי ווען-עס-איז אל-קונייטרה
וועט אויפלעבן קריק, אויף דאָס ניַי?



וויי פונעם פּאָגראָם

"אין יאָר 1882 איז אין דער שטאָט באלטע (פּאָדאָלער גובערניע) אויסגעבראָכן א מין רויִנירנדיקער פּאָגראָם. צווישן זיַינע קרבנות איז געווען אויך ציוויע – די פרוי פון יוסי צוואנגן."
(פ. קאנדעל, "א בוך פון ציַיטן און געשעענישן", באנד 2)

מיַין באלטע פלאקערט. שׂרפות, שׂרפות...
און די צעווילדעוועטע מענגע
ייִדישע שטיבלעך רויִנירט,
די שילן, קלייטלעך פּאָגראָמירט.

עס רייצן אָן זי די זשאנדארמען.
דער גלח האלט נאָר אין איין ברומען...
די מענגע טאָפּטשעט קינדער, זקנים,
רחמנות האָט זי ניט אויף קיינעם.

פון די צעטרענטע קישנס פּוך
מיט אש דער ווינט אין לופט צעטראָגט...
און ווילד געשריי פון יעדן אָרט
מ'הערט פון די רוצחים: "ביי זשידאָוו!"

צווישן קרבנות ערשטע – וויי ז'מיר! –
אין יענעם שרעקלעכן פּאָגראָם
מיַין עלטער-באָבע איז געוועזן...
כאָטש ס'איז אוועק פון דעמאָלט אָן

אזוי פיל ציַיט, אזוי פיל יאָרן,
כ'שטעל פאָר זיך קלאָר פאר מיַינע אויגן,
ווי עלטער-זיידע מיַינער יוסל
שטייט לעבן טיַיך און קלאָגט, און יאָמערט...

פון ציוויען – פון דער פרוי זיַין ליבער
דעם טויטן קערפּער ר'האָט דערזען –
וואָס איז אין קאלטן טיַיך געליגן...
בעת חודש מארץ דאָס איז געשען.

א ניט-פארהיילטער וווּנד אין הארצן –
פונעם פּאָגראָם יעדע דערמאָנונג!..
ג-ט, כ'בעט: זאָל ס'פאָלק שוין מער ניט ליַידן
פון שום פּאָגראָמען קיין מאָל! אָמן!






"ניט-אדעקוואט!"

אין אונדזער וועלט ווי ווייניק לעבן ייִדן.
אראבער – פיל מאָל מער. דאָס איז א פאקט.
פארגליַיכן איינס מיטן צווייטן ווער האָט ווילן,
וועט זאָגן באלד איין וואָרט: "ניט-אדעקוואט!"

חאמאסניקעס דערהרגענען א ייִדן –
און צה''ל ליקווידירט פאר אים 3 פיַינט.
דאן אונאָ – פעסטונג פון אנטיסעמיטן –
ווערט בייז און שריַיט: "סטיַיטש! ס'איז ניט-אדעקוואט!"

פאר אלע מנוּוולים-טעראָריסטן
דאָס ייִדיש פאָלק איז ווי א ביין אין האלדז.
זיי חלומען... פארניכטן אלע ייִדן
און נאָך דעם זאָגן: "דאָס איז אדעקוואט!"

א צוגאָב פון דער איבערזעצערין:
אויף זייער קאָפּ, אויף זיי(ע)רע הענט און פיס
די שרעקלעכע חלומות זאָלן פאלן,
און אונדזער פאָלק, פונ'ם אייבערשטן געשיצט,
זאָל וויַיטער לעבן, שטאָלץ זיַין – ניט געפאלן!

און איך לייג פאָר אן אנדער "אדעקוואט".
למשל, אז חאמאס מיטן דזשיחאד
אויף טויט זיך שלאָגן זאָלן, ניט נאָר שטריַיטן...
ביז ס'זאָל פון זיי קיין סימן ניט פארבליַיבן!

צי אָט אזא נאָך קען זיַין "אדעקוואט":
ווען ניַיער היטלער – אחמאדינעדזשאד –
וועט צי דערשטיקט, צי אויפגעריסן ווערן
דורך זיַינע אייגענע אָפּאָזיציאָנערן...
געוויס אזא ג-טס נס געווען וואָלט, כ'טראכט,
צו המנס טויט, צו היטלערס אדעקוואט!




ווינט

ווינט... א מין איידעלער קען ער זיַין!
אויך א מין גרינגער און ווייכער.
שמעקן – מיט עפּלצוויט פרילינגציַיט,
מיט מיאטע, ראָמאשקעס... מיט היישניט.

איבער די ביימער בעת ווינטערציָיט
טאנצט ער מיט שנייעלעך וואלסן.
הערשט איבער שניישטורעמס, ווויעט, שריַיט...
זיַין גאָרגל דערמיט זיך ריַיסט ער.

דער ווינט אומעטום בויאנעוועט,
צעשמעטערן אלץ האָט א ווילן.
ער איינער האָט רעכט באלעבאטעווען! –
גיט ער אונדז גוט צו דערפילן.

בעת שטורעם פעסט האלטן זיך מעגלעך איז?
כ'קען ניט קיין ענטפער איַיך געבן.
אָבער ווי ליב כ'האָב – מטורפדיק! –
שפּאנען דעם ווינט אנטקעגן!











ס'איז פאראן אזא קריג

ס'איז פאראן א מלחמה וואָס מיר וועגן איר ווייסן ווייניק,
כאָטש אלץ עפטער מיר לייענען און הערן פון איר.
פון סטאטיסטיק און פון נעקראָלאָגן מיר קלאָגן, מיר וויינען...
נאָר אן אָנטייל אקטיוון מיר אויך נעמען אָן אין דעם קריג.

אין די גענעס ביַי אונדז – א משוגענע שנעלקייט.
קלאָרן שׂכל פארלירן מיר פון גיכן פאָר.
אין מאָטאָרן פארוואנדלען זיך אונדזערע הערצער...
ווארטן שרעקלעכע צרות אויף אונדז דאָ און דאָרט...

וואָס א טאָג מער און מער רעווען די מאגיסטראלן –
אָט די שנעל-וועגן פון אונדזער גאנצן פּלאנעט.
און וואָס ניַיע קרבנות דאָרט פאלן און פאלן...
יעדן טאָג וועגן דעם אי מען הערט, אי מען ליי(ע)נט.

גרויסע שנעלקייט... פון איר ניט נאָר פרייד – צרות, ליידער.
כ'פאָר – ווי פלי, און דער וועג... ווי א סטרונע ער קלינגט.
כ'גיב א קוועטש אויפן גאז – אויטאָסטראד באלד אלס ענטפער
אין זיַין קרעכץ זאָגט ארויס: "אזא קריג עקסיסטירט..."




א מענטש אָט – לעבט, אָט – שטארבט...

פונ'ם שלאָף ניט אויפגעכאפּט זיך
א מענטש האָט אומגעריכט...
א מענטש איז ניט אומשטערבלעך! –
אָט – לעבט ער, און אָט – נישט.

און וויַיטער – טרויער, טרערן...
פון מארמער איבער אים
א דענקמאָל וועט מען שטעלן,
מיט גוטס דערמאָנען אים...

נאָר פרי א פּינטל שטעלן
איז נאָכן שרעק-וואָרט "טויט"!
דאָך זיַין נשמה וויל ניט
און קאָן ניט ווערן טויט!

אומאָנזעעוודיק תיכּף
זי שוועבט אויף אין דער הייך,
און אין אן אנדער לעבן
אריַינדרינגען זי שטרעבט.

א ספק, צי ס'וועט וויסן
דער ניַיער מענטש, אז ער ,
איז דאָ א מאָל געוועזן,
געלעבט, געטרוימט, געקלערט...





מיט יונגע אויגן טוט א קוק!

ביז וואנען מיר מיט איַיך נאָך לעבן,
און פונעם קאמף דער אָפּקלאנג – אויכעט,
אויף יוגנט פון די עלטער-זיידעס
טאָ טוט א קוק מיט יונגע אויגן!

ווען אלט געווען מיר זיַינען 18,
געפלאקערט האָט די גאנצע וועלט.
אוועק מיר זענען אין טויט-שלאכטן
אויף לאנגע – מער פון 1000 – טעג.

איך וויל, אז איר זאָלט ניט פארגעסן
יענע גורלותדיקע ציַיט.
ווי פיל געפאלן זיַינען העלדן
פאר שלום אויף דער וועלט, פאר איַיך!

אין בראָנדז, גראניט דער אָנדענק זייער.
אין לידער און פּאָעמעס – אויכעט.
אויף יוגנט פון די עלטער-זיידעס
איצט טוט א קוק מיט יונגע אויגן!






האָט ליב די פרויען פון איַיער הארבסט!

האָט ליב די פרויען פונעם הארבסט פון איַיער!
ווי פרילינג-ציַיט, ביַי זיי נאָך בליט די ליבע.
איצט זיַינען זיי געוואָרן נאָך מער ליבלעך.
זיי שענקען פאר אונדז חכמה, קראפט און צארטקייט.

האָט ליב די פרויען – "אָקטיאברינעס" איַי(ע)רע!
זיי זיַינען מלא-חן אין גאָלד פון הארבסט.
עס לויפט, עס יאָגט וואָס וויַיטער זיך די ציַיט,
נאָר זיי, ווי פריִער, בליַיבן אונדז געטריַיע!

טאָ זאָלן שוועבן פלאטערלעך לעם איַיך,
מיט זייער יוגנט ברענענדיקער רייצן.
פון פרויען אונדזערע ווער קען זיַין בעסער?
אז, מענער, ליבט זיי, צערטלט, זיַיט געטריַי!





איך לעב ספּאָנטאן!..

א מאָדנע זאך – מיינט עמעץ –
וואָס איך ספּאָנטאן לעב עפּעס...
כּמעט פונעם געבורטסטאָג
און ביז די גרויע האָר.
ספּאָנטאן האָב איך געלערנט,
סיַי א חתן כ'בין געוואָרן,
סיַי פונ'ם פראָנט צוריק געקומען
אין א מזלדיקער שעה.

כ'שאף לידער אויך ספּאָנטאן.
ס'טרעפט – ווי פון א פאָנטאן...
גאָרניט אומזיסט מען זאָגט,
אז אין זיי איז... וואסער פיל.
איין זאך איך קען איַיך שווערן:
אז קיין מאָל ניט אויפהערן
איך וועל ספּאָנטאן צו לעבן,
מיט דרייסטקייט אָן א שיעור!





טרויערצעטל
דער מאמען

האָסט א טרויערצעטל באקומען פונ'ם פראָנט:
"איַיער זון, ווי א העלד, איז געפאלן..."
און איך בין אהיים – אויף צו להכעיס דעם טויט –
צו דיר קריק געקומען, מיַין מאמע!

צו דער טיר האָסט א ריס געטאָן זיך, ווען ביַי נאכט
דערהערט מיַינע טריט האָסטו שטילע.
כ'האָב אויסגערעדט פון טיפן הארצן דאן: "מאמ-מ-ם"!
"מיַין זון!" – כ'האָב דערהערט, ווי א תפילה...

האָסט איבערגעחזרט: "ג-ט פאָרט ז'ביַי אונדז דאָ!
דריַי יאָר כ'האָב געווארט און געדאוונט..."
און א גליקלעכע בשׂורה דערהערט האָט די שטאָט,
דער הימל האָט באלד זיך צעשטראלט...

1944





קינדער פון דער קאטאסטראָפע

אין ברוינעם רויך פון די קאצעטן וויסטע
מ'האָט איַיך, אומזעעוודיקע, ליקווידירט.
מ'האָט איַיך פארברענט, אומשולדיקע קינדס-קינדער
פון קינדער, ניט-געבוירענע גאָר ניט.

פאשיסטן איַיך געסַמט, דערהארגעט האָבן,
נאָך ביַי דער מאמען אינעם בויך דערשטיקט...
פארוואנדלט האָט איר זיך אין שטערן-פּאָרעך,
קינדער, קינדס-קינדער, ניט-געבוירענע גאָר ניט.

ווען ניט גאז-קאמערן און קרעמאטאָריעס,
איר וואָלט געלעבט, געוואקסן און געבליט
צו טרייסט פון מאמעס איַיערע, קינדס-קינדער
פון קינדער, ניט-געבוירענע גאָר ניט...

וואָס ניט געמאכט א וויסטן סוף די הענקערס,
אויכעט וואָס איַיך מיר האָבן ניט באשיצט,
זיַיט מוחל אונדז, אי קאטאסטראָפעס קינדער,
אי קינדער איַי(ע)רע ניט געבוירענע גאָר ניט!





לעצטער אָקאָפּ

ווען ס'וועט דער סאמע לעצטער וועטעראן
אריַין אין דעם אָקאָפּ, פון וואנען מ'קערט ניט אום זיך,
די אוראייניקלעך לייגן וועלן דאן
צו זיַינע פיס א קראנץ פון שיינע בלומען.

גאנץ מעגלעך, אז דאָס רעדט זיך וועגן מיר...
צי וועגן מיַין חבר, וואָס אויף 2 יאָר ז'פון מיר ייִנגער?
געשפּאנט אויף די פראָנט-וועגן האָבן מיר,
אין טאנק געברענט לעבן א שטעטל ביידע מיר'ן.

בערלין באזיגטן האָבן מיר געזען
און פּראג – די שטאָט באגיַיסטערטע, באפריַיטע,
און אין א מיַי-טאָג – וויַיט פון אונדזער היים
געזשליאָקעט בראָנפן פון א זעלנערפליאגע...

ס'א שאָד, וואָס אָרדנס ווערן אָן דעם גלאנץ,
נישטאָ קיין בלימלעך אויף סאָלדאטן-קברין...
ס'פארדריסלעך, וואָס די צווייטע וועלט-מלחמה
זי ביסלעכוויַיז פארלאָזט אונדזער זכּרון.

ווען ס'וועט דער סאמע לעצטער וועטעראן
די וועלט פארלאָזן, וויין ניט! שטיל זאָל זיַין.
די לעצטע וועלט-מלחמה, הלוואי,
אין לעצטן קבר, ווי דער זעלנער, זאָל אריַין!




מיר זענען דריַי געוועזן

מאָביליזירט מען האָט אונדז אויפן פראָנט
אין איין טאָג – מיך און ביידע ברידער מיַינע.
ווי פיַיער איז געווען דער האָריזאָנט...
געפלאמט האָט די פארשאָלטענע מלחמה.

מיר'ן דריַי ברידער אייגענע געווען.
אוי, לעבעדיק געבליבן בין איך איינער.
אין טשערנאָוויץ – מיַין ברודער יוסלס קבר,
און פרוייִמס – אין מאָלדאווישן אָרגעיעוו.

פיר לאנגע יאָר געדויערט האָט דער קריג.
פיר יאָר פון פּיַין, יסורים, טויט און ליידן.
כ'היט הייליק אָרדנס און פונ'ם פראָנט די בריוו.
ביז היַינט כ'פיל פון דערמאָנונגען דעם ווייטיק.




זכּרון פון גראָע האָר

מיַינע פריַינד-וועטעראנען פונ'ם וועלט-קריג דעם צווייטן!
ליידער, ווייניקער ווערט וואָס א יאָר אונדזער צאָל...
אָפט נאָך איצטער אונדז חלומען זיך די פראָנט-וועגן,
און פון פריַינד אומגעקומענע הערט זיך דאָס קול.

גראָע האָר, איר דערציילט – זאָלן אייניקלעך וויסן –
ווי, שרעקלאָזע, מיר זענען געגאנגען אין שלאכט,
ניט געשאנעוועט זיך אינעם קאמף מיט פאשיסטן,
דעם נצחון געקאָוועט ביַי טאָג און ביַי נאכט.

די מלחמה פארגעסן – פונ'ם פאָלק טאָר ניט קיינער!
א מין גוואלדיקע פּריַיז מיר'ן באצאָלט פארן זיג:
דאָך צוויי הונדערט טויזנטער ייִדישע קעמפערס
זיך ניט אומגעקערט האָבן אהיים פונעם קריג.

אויפן הייליקן בארג – ביימער צוויי הונדערט טויזנט
הייבן אויף זיך צום הימל צום בלויען ארויף!
דאָס באדיַיט, אז עס לעבט דער זכּרון לדורות,
זיַינע העלדן געדענקען וועט ס'ייִדישע פאָלק!






שוין זשע ווידער וועט זיַין א מלחמה?

וווּ נאָר ווארפסטו א בליק אויף דער ערד –
אָבעליסקו דו זעסט און מצבות...
שוין זשע איז עס מיט מיר אלץ געוועזן?
איבערחזרן – שוין זשע? – אלץ וועט?

ס'גייט א יאָר נאָך א יאָר, נאָך אים – נאָך איין, -
ווי א פיַיערשטויס פון קוילן-ווארפער...
60 יאָר שוין פארביַי פונ'ם נצחון,
נאָר דאָס לעבן זיך גייט וויַיטער, וויַיטער...

מיַינע פריַינד כ'זע אין קאסקעס, שינעלן...
וווילע פּנימער, טריַיע נשמות.
און דאָס הארץ קלאפּט און האלט אין איין פרעגן:
"שוין זשע ווידער וועט זיַין א מלחמה?"

צו מיַין פריַינד-וועטעראן כ'זאָג מיט אומעט:
"אויף דער וועלט קיין שום מענטש לעבט ניט תמיד."
ענטפערט ער פול מיט א זאָרג און מיט אומרו:
"שוין ז
שע ווידער וועט זיַין א מלחמה?







שלום!

פארפּוצט אין יום-טובדיקע קליידער
איז (א)עראָפּאָרט בן-גוריון.
און ווארעמע באגריסונג-ווערטער
ארום דאָרט הערן זיך: "שלום!

שלום-עליכם, ליבע קינדער,
וואָס נאָך יאָרטויזנטערס צו זיך
פון פרעמדע, וויַיטע גלות-לענדער
אהיים געקומען זיַיט איר קריק!"

פּאוואָליע כ'גיי איבערן טראפּ.
דערהויבן מיַין נשמה זינגט.
אָ, ייִדיש פאָלק! הער אויס מיַין ראפּאָרט!
הער, וואָס כ'וועל זאָגן דיר אצינד.

געפרוירן כ'האָב אין די אָקאָפּן,
פאָרויס דורך פיַיער כ'האָב געשפּאנט,
קוים אין שפּיטאָל כ'בין ניט געשטאָרבן...
געקעמפט אָן פּחד מיט די פיַינט.

באשטים זשע איצט אליין, איך בעט דיך:
צי דיַינע בלומען כ'האָב די ווערט.
שלום, שלום דיר, לאנד פון העלדן,
פון העכסטער חכמה אין דער וועלט!



* * *
רובים אן ענטפער
איצט פון מיר דאָרשטן:
"וווּ לעבט זיך בעסער –
דאָ אָדער דאָרטן?"

דאָרטן – הייסט
מאָסקווע,
קיעוו, קאזאן..
דאָ – הייסט ישׂראל.
ס'ייִדישע לאנד.

דאָרטן – נאָר מינוס,
דאָ – איז שוין פּלוס.
דאָרט – "ייִד" – איז שלעכט,
דאָ – "ייִד" איז גוט.

דאָרט – נאָר א שמעק,
דאָ – שוין א טעם.
דאָרט הונגערן כ'פלעג,
און דאָ בין איך זאט.

פון וואָס דאָרט געחלומט –
דאָ איז עס וואָר.
דאָרט – שלים-שלימזל,
דאָ – מזל גאָר!

דאָרטן – הייסט גלות,
דאָ – איז מיַין היים.
דאָרט – נאָר געקעמפט,
און דאָ – דאָ איך לעב!





א באגעגעניש מיט שאגאלן

גאָר ניט אין א פּרעכטיקן זאל –
אין הימל איך האָב, דווקא דאָרט,
באגעגנט זיך מיט מארק שאגאלן –
הויך, איבער באגערטער מיַין שטאָט.

א פרעג געטאָן כ'האָב אים: "פון וואנעט?"
צעשמייכלט זיך האָט ער צו מיר...
א העפט אין דער האנט ר'האָט געהאלטן,
וואָס גרויס זי ז'געווען אָן א שיעור...

פּאליטרע זיַין – דער רעגן-בויגן,
זיַין פּענדזל – א זונענשטראל איז.
אלס ליַיוונט – דער הימל ז'אָנגעצויגן...
אזוי אויסגעזען האָט זיַין בילד,

וווּ האָבן פון אויבן דאָרט חסידים
זיך זאָרגלאָז געקוקט אויף דער וועלט,
בארויִקט און פּונקט ווי אויף פליגל
זיך איבערן שטעטל געשוועבט.

אָ, יענע אומוואָגיקייט זיי(ע)רע...
זי האָט יאָ א וואָג, וואָס איז גריוס! –
ווי א מין נביאישער חלום,
מקוים וואָס ווערט, זעט זי אויס.

און וויַיטקייט – א פּאס א מין בלויער –
דעם הימל באזילבערט דאָרט האָט,
וווּ באָיִנג איז אונדזער געפלויגן
גליַיך קיין ארץ-ישׂראל, קיין לוד.

דערזען מ'וווילן שמייכל שאגאלס כ'האָב,
דעם בליק דעם באגיַיסטערטן זיַין,
ווען איבערן (א)עראָוואָקזאל האָט
באוויזן זיך באגינען-שיַין.




מיַין שווארצהויטיקער ברודער

דו – פון אדיס-אבעבע,
איך פון אָדעס-"די מאמע"...
איצט אין ישׂראל ביידע
לעבן מיר, ברודער מיַינער.

טונקל דיַין הויט, מיַין – ליכטיק.
איז עס דאָך גאָרנישט וויכטיק.
די זון מיט דער ציַיט וועט זיכער
אָפּווישן אָט דעם חילוק.

אין דעם, וואָס מיר קרובים זענען,
האָט ניט קיין ספק קיינער.
אונדזער שטאם אלגעמיינער
גייט נאָך פון שלמה-המלך.

ווער פון באגדאד, פון קרים איז,
ווער – פון רוים, קאָסטא-ריקע...
איין פאָלק מיר זיַינען דאָ – ייִדן.
דאָס איז דער הויפּט, דער עיקר!

דארפן מיר זיַין געאייניקט!
אָבער אומזיסט מיר, ליידער,
טיילן זיך אויף געמיינדעס,
קלאנען און קאסטעס פארשייד(ע)נע...

ווי ניט באפארבט אונדזער הויט איז,
לאָמיר זיַין, ברידער, אין איינעם.
דאן וועט קיין שום בייזער כּוח
באזיגן אונדז קיין מאָל ניט קענען




הילך, שופר!

פאראן א קלאנג ווי טראף פון ליד.
אין אים מען הערט דאָס קול פון הימל.
אין שעפּסן-האָרן בלאָזט א ייִד
בשעת דער הייליקסטער פון תפילות.

גאָרנישט קיין דודע, ניט קיין פלייט,
ניט בלויז א האָרן איז א שופר! –
נאָך "שמע, ישׂראל!" באלד מען הערט
ווי הייליק רופט ער אונדז צו יושר.

אין שופרס קול א טרוים זיך הערט.
און אויך חרטה לאָזט זיך פילן.
עס דאכט זיך, אז די גאנצע וועלט
לעם ציון-בארג ט'זיך אָנגעקליבן...

דעם שפור הערן יונג און אלט.
און ס'פלאטערן ביַי אונדז די הערצער.
טאָ הילך זשע, שופר, הילך און שאל!
און לאָמ האָפן – זיַין וועט בעסער!..



זשאבאָטינסקי-גאס

א שיינע, א גליַיכע, פּונקט ווי זשאבאָטינסקי,
אין העלע רעקלאמעס – גראָטעסק און קורסיוו –
דריַי שטעט אָט די גאס די באוווּסטע שניַידט איבער
און גיסט זיך אריַין רוישיק קיין תל-אביב.

ווי אין א ספּעצרעקל שטייט פאָר פּתח-תקווה,
אין תפילעדיק-שווארצן בני-ברק ז'אָנגעטאָן,
צום סוף – רמת-גן, שטאָט ספּאָרטיווע און פלינקע.
און אומעטען הענגט אונדזער בלוי-וויַיסע פאָן.

איר טוט נאָר א פרעג – וועט מען וויַיזן איַיך תיכּף
א גאס זשאבאָטינסקי אין פיל שטעט פון לאנד.
ס'פארגעסט ניט דאָס ייִדישע פאָלק זיַינע העלדן.
ביַי זיך אין זכּרון ס'פאָלק הייליק זיי האלט.

ווען אויסגעבויט מיר'ן א ליניע גאסן,
וואָס יעדע דעם נאָמען פונ'ם העלד אונדזער טראָגט,
דאָך פונעם אֵילת ביז די בערגלעך גוֹלנער
אָן אויפהער געצויגן זיך די ליניע וואָלט.

ווי גרויס פארן פאָלק זענען זיַינע פארדינסטן.
און ווי זשע איז הויך פאר דער מענטשהייט זיַין ווערט! –
עס גייט איבער ייִדישער ערד זשאבאָטינסקי –
דער טרוימער דערהויבענער, שריַיבער און העלד.





מיַין אשקלון

א טרויעריקער דענקמאָל ביַים אריַינפאָר.
געווידמעט איז ער ייִדישע סאָלדאטן,
וואָס זיַינען פון אראבישן טעראָר
פון בלוטיקן, פארשאָלטענעם געפאלן.

דערנאָך די שטאָט באוויַיזט זיך: אירע פּאלמעס,
טעאטער, טורעם, ים מיט זיַינע כוואליעס...
באוווּנדערט זיך מיט אים האָט קלעאָפּאטרע...
איצט רוישט א ריי פאָנטאנען לעם טעאטער.

זיי ליבלעך צוזעערס אין זאָל פארבעטן.
ארטיסטן טרעטן דאָרט ארויס די שענסטע-בעסטע.
דאָ פעסטונג-ווענט געבויט אמאָל האָט ריטשארד...
אין גאנצן אנדערש זעט די שטאָט אויס איצטער.

דער אלטער פּארק און פון גראניט קאָלאָנעס
ס'פארגאנגענע פון אשקלון דערמאָנען...
כ'שפּאציר זיך דורך מוזיק פון די מאָטאָרן
און דורכן פייגל-צוויטשעריַי דעם וווילן...

די שטאָט רעדט אויף עברית און סיַי אויף רוסיש.
די איַינוווינערס דאָ – וויַיסע, ברוינע שווארצע.
גאסטפריַינדלעך, אָפן איז די שטאָט און זוניק,
און ליב מען האָט זי מיטן גאנצן הארצן.

צו קלייטלעך, קלייטעלעך עס פירט איעדע סטעזשקע.
אויף יעדן טריט און שריט, ארום – קאפעשקעס...
און ייִדן זאָרגלאָז זיצן פאר די טישלעך,
מ'טרינקט פּעפּסי-קולה און מע קנאקט זיך ניסלעך.

עס וואקסן וווּנדער-מויערן – פּאלאצן.
צום הימל זיי דערגרייכן, שיַינען, גלאנצן...
אין ליכט ביַינאכטיקער שטאָט ליבע מיַינע
שווימט זיך אוועק אין ים, ווי א מין ליַינער.

אריַינקוקן ווי גלוסט זיך אין איר מאָרגן! –
אין די מוזייען אירע און קוראָרטן...
פון אלע לענדער שווימען צו איר יאכטעס –
צו אָט דער שטאָט פון וועלטלעכע סטאנדארטן.



שפּיטאָל "בארזעליַי"

שפּיטאָל "בארזעליַי! דאָך ביסטו
ווי א לאָטעריי פון גורלות.
דאָ, אין שפּיטאָל, פארקניפט זיך
ארבעט מיט טיפסטע מחשבות.

דאָ מענטשן טוט מען העלפן,
מ'קערט אום צוריק זיי דאָס לעבן
מיט אלע מיטלען. א שטייגער,
מיט טראָפּנס פון א טראָפּן-ציילער.

זיי קאפּען זיך לאנגזאם און קענען
פארבעסערן ס'בלוט אין די ווענעס.
מיט א סקאלפּעל מען העלפט א קראנקן,
אן אנדערן – מיט לאזער-שטראלן.

אָט "מגן-דוד" דער רויטער
מיט זיַין סירענע באפעלט אונדז:
"ס'איז אין געפאר, ס'אין אין טויט-שרעק
עמעץ, וואָס מוז מען אים העלפן!"

גליַיך אין שפּיטאָל "בארזעליַי" יאָגט,
איַילט זיך אָט דער "מגן-דוד".
פונקען פון האָפונג מען שענקט דאָרט
אויף אלע פינף זיַינע גאָרנס.



א לעבעדיקער פּלאנעט

אין אלוועלט די ערד – א פּלאנעט א "בעל-חי" איז,
וואָס האָט אין זיך שׂכל, געפילן און כּוח.
און מענטשן, וואָס לעבן דאָ, שטעלן ניט פאָר זיך,
ווי ס'הארץ פון דער ערד פון באליידיקונג נויעט.

זי טרייסלט זיך שרעקלעך און טיף קרעכצט פון ווייטיק.
מיט כמארעס פון אש, מיטן וווֹי פון וווּלקאנען
זי ריזיקע כוואליעס הייבט אויף פון צונאמי...
און מיר... אפשר טויב, אָדער בלינד אלע זיַינען...

און די וויסנשאפטלערס פון גאָרער וועלט גאנצער
זיך איַינגעגראָבט האָבן אין די מיקראָסקאָפּן,
אין זייערע פּראָבעס, חשבונות... זיי האָפן
באקומען א פּרעמיע וואָס רופט זיך "נאָבל"...

וואָס ט'זיַין מיט דער ערד, טראכטן זיי ניט אפילו.
און מיר פון בענזין, נאפט מטורפדיק ווערן.
עס שטיקט אונדז דער רויך פון די וועלדער, וואָס ברענען...
די ערד אָט-אָט אויפריַיסן וועט זיך. חלילה.







א רעטעניש פון נפאָ*

זיך חידושט ניט פון נפאָ,
וואָס אויפגעקומען פּלוצלינג איז ער.
אין אים בסוד פליט א פּילאָט
מיט ניט-געוויינלעכן גאָר שליחות:

א קוק טאָן – וואָס עפּעס ביַי אונדז,
ביַי מענטשן, אויף דער ערד דאָ טוט זיך.
צו אלצדינג – ס'הייסט, צו שלעכטס, צו גוטס –
געהיים ער זאָל זיך אונטערקוקן.

דאָס אלץ האָט אים געהייסן ג-ט:
ער – דער פּילאָט – זאָל אכטונג געבן,
צי דעם פּלאנעט סַמט עמעץ אָפּ?..
און, גליַיכציַיטיק, דאָס גאנצע לעבן...

פארדינט ער דאָך די גרעסטע שטראָף!
נו, און א צווייטער, ס'קען דאָך זיַין,
א קליין עבירהלע טוט אָפּ.
אזא מין קען מען מוחל זיַין.

זיך אָנגעשטויסן פּלוצעם כ'האָב,
צו וואָס – גאָרניט געווענדט אין וועטער –
העזהדיק פליִען נפאָ
איבער דער ערד דער אויפגערעגטער.
_ _ _ _ _ _ _ _
*נפאָ – ניט-דערקענענדיקער פליִענדיקער אָביעקט

יאר 2000




בארג-איבערגאנג

בעת בלעטערן דעם קאלענדאר
כ'האָב ניט באמערקט – פאר וואָס, איך ווייס ניט –
וואָס א בארג-איבערגאנג ז'פאראן
פון מ'צווייטן יאָרטויזנט אין דריטן.

א נביא וועגן אים ט'געזאָגט,
אז לעבן – זייער ווייניק בליַיבט אונדז.
איך גלייב ניט! כ'וויל, אז זיַין עס זאָל
א טעות בלויז פון נאָסטראדאמוס.

און אפשר פאָרט איז ער גערעכט?
טוט נאָר א קוק, וואָס ביַי אונדז טוט זיך! –
פון וויי עס קאָרטשעט זיך די ערד,
און גלעטשערס אייביקע צעגיי(ע)ן זיך...

דער"וואָלף" – דער נוקלעארער טויט –
די וועלט – דאָס "שעפּסל" – ז'גרייט צעריַיסן.
טעראָר, מלחמות, קרענק און נויט...
אלץ בייַקומען ווער קען באוויַיזן?

פונדעסטוועגן, איך האָף און גלויב,
אז דעם בארג-איבערגאנג ניט-ליַיכטן –
מיט קראפט פון הארץ און שׂכל אויך –
מיר'ן דורכגיין און זיך שפּאנען וויַיטער.




לבנה

די שיינע, צערטלעכע לבנה
ווי האָט א וווּנק געטאָן צו מיר.
פון עווערעסט, פונ'ם שפּיץ זיַין סאמע,
דערלאנגען כ'סטארע זיך צו איר.

דער בלויער סאמעט פונעם הימל
מיט שטערן פּרעכטיקע ז'באצירט...
ווי אלץ דאָס פּאסט דער "קייסעריניע",
וואָס, ווי מיט מאגנעט, צו זיך ציט!

ס'האָט אויסגעוויזן זיך, אז נאָענט,
גאָר נאָענט איז זי, לעבן מיר!..
זי נעמען אין די הענט כ'וועל קאָנען,
אריַינלייגן אין טאש צו מיר...

זי – טוט א וווּנק א מין פארשיַיטן,
צעלאכט זיך "ממזריש" דערנאָך...
דאָ קלאָר מיר ווערט: ניט נאָענט – וויַיט זי
ז'פון מיר מסוכּן! אָט א בראָך!

אוי, צוליב וואָס בין איך געקראָכן
צום סאמע שפּיץ פון עווערעסט?!
"איעדער טרוים א גרונט דארף האָבן..." –
אין דעם זיך איבערציַיגן פעסט.





מישפּט ניט קיין נאר!

איר מישפּט קיין מאָל ניט קיין נאר
פאר טעמפּקייט זיַין און פאר עקשנות,
וואָס מבול, שׂרפה, אנדער צער
ר'נעמט אויף מיט גליַיכגילט, אָן רחמנות!

כאָטש פונ'ם געבורט ער איז א טיפּש,
ער פאר א חכם שטעלט זיך פאָר.
טאָ אים דערפאר איר אויך ניט מישפט.
ער מיינט, אז חלום – דאָס איז וואָר...

נאָר אויב א נאר מיט חוצפּה ריַיסט זיך
א ראָש צו ווערן, א נאטשאלניק –
מיט אלע כּוחות האלט אים איַין! –
א נאר שום הערשער טאָר ניט זיַין!






א פרימאָרגן נאָך די וואלן

אויף טריט און שריט – פלוגבלעטלעך און פּלאקאטן,
פארוואנדלטע אין מיסט, אין אש, אין שטויב,
צעקנייטשטע בילדער פון די קאנדידאטן,
וואָס יעדער זיַין אן אָנפירער ט'געטרוימט...

און געלטן, נערוון, עלאָקווענץ און כּוח –
דאָס אלץ אוועק איז גליַיך ווי מיטן ווינט.
אז ר'איז משיח, ווער ביַי זיך ט'גפּועלט –
ווי א באלאָן געפּלאצטער, זיך גאנצפרי דערפילט.

מ'האָט אונדז טראקטירט מיט טיי, מיט פּעפּסי-כּולה,
מיט פּלאָפּלעריַי פון דעם טעלעעקראן...
געבליבן איז נאָר מיסט פון די הבטחות
און פון אנטוישונג ביטערלעכער טעם.




אָפּטימיסט און פּעסימיסט

טוט א קוק: אן אָפּטימיסט
און לעם אים א פּעסימיסט
ביידע זיצן זיך ביַינאנד
דאָ, ניט וויַיט, אויף א גאסן-באנק.

פּעסימיסט – פארמרה-שחורהט,
אָפּטימיסט – א יאט א העלד.
פּעסימיסט – פארזאָרגט, פארטרויערט,
אָפּטימיסט איז שטאָלץ, איז פעסט.

ביַי דעם פּעסימיסט מחשבות –
אלע וועגן יענער וועלט...
און דער אָפּטימיסט אלץ חלומט
וועגן שׂימחות אויף דער וועלט.

אָט – אהיים זיי ביידע גייען.
ווער איז ווער – מען באלד דערקענט:
פּעסימיסט – ווי א פרעגצייכן,
אָפּטימיסט – ווי א באגנעט.
Post Reply