Page 1 of 1

Рахмил רחמיל в переводе Сары Зингер

Posted: Mon Aug 02, 2010 7:22 am
by Семен Цванг
רחמיל

לעם הויז, לעם אריַינגאנג, וווּ אָפט באלעבאָסטעס
זיך שמועסן פירן ביַי טאָג, אויף דער נאכט,
באגלייט מיטן פיַיפן פון ייִנגעלעך, האָט זיך
געיאוועט רחמיל מיט זיַין בעזעם אין האנט.

דער בעזעם ז'געווען ביַי אים אלס "באלאליַיקע",
אויף וועלכער געוואָלט האָט ער שפּילן א וואלס.
א בעט געטאָן ר'האָט: "גיט מיר, מומעלע חיַיקע,
א שטיק מאמאליגע מיט קעז צי מיט שמאלץ!"

די קינדערלעך לאכן, כאָכאָטשען די וויַיבלעך
(ס'געלעכטער וויַיט-וויַיט ביזן הימל אזש הילכט...),
ווי שפּילט דאָרט רחמיל אויף אָט דער באלאליַיקע
און ווי אויף אים זיַין אלטע שליאפּע הארצירט...

אוי, פּלוצלינג א ציטער געטאָן האָט דער בחור,
פארשטארט אויף א וויַילע געוואָרן ער איז.
נאָר אָט – מיטן ארבל די טרערן ווישט אָפּ ער
און ווידער שוין שמייכלט, און ווידער שוין "שפּילט"...

און גאָרניט געוווּסט האָבן מענטשן: רחמיל איז
א מוטיקער אויסשפּירער פריִער געווען.
פארטובט האָט אן אויפריַיס אים, און די פאשיסטן
פארכאפּט האָבן דעמאָלט דעם בחור אין פּלען.

געוועזן דאָס אלץ אונטער באלטען. געפּיַיניקט
ס'האָט אים א מנוּוול א מין – א זשאנדאר.
ער פּאטשט אים, שריַיט "יודע!" דערנאָך: "צו פארניכטן!"
אָט דאָס פאר רחמילן געווען איז דער גזר.

אים צווישן אזעלכע ווי ער, 48
פאראורטיילטע ייִדן מען האָט אין א שטאל
אריַינגעפירט, ס'אָרט מיט בענזין מ'האָט באגאָסן...
אָט ברענט שוין די שטאל, וווּ זיי זיַינען פארשפּארט!..

רחמיל אין דער שטאל האָט געשמיַיעט, געהאוועט...
ארום אלץ ט'געברענט, אויך – דאָס אָנטאָן אויף אים.
אויף דר'ערד ר'האָט געלייגט זיך, אָט פּויזעט ער, פּויזעט...
דאָס פיַיער ז'פארביַי! – ער גאָר פּלוצעם דערפילט.

אז נורעט ער איַין זיך אין שטאלמיסט א האָפן,
מיט ברענוווּנדן ליגט און ניט אָטעמט כּמעט.
א נס! – עמעץ אומגעריכט אויסגעלייזט האָט אים!
" איך לעב!" – ניט מיט זיַין קול שריַיט הילכיק דער יאט.

דאָקטוירים געוווּנדערט, געחידושט זיך האָבן,
ווי ראטעווען זיך איז געווען אים באשערט.
"הברים, איך לעב!" – דאָס געשריי פון רחמילן
זיך פון מיַין זכּרון ניט אויסגעוועפּט ווערט.

אך, אומזינען – דאָס איז די פּריַיז פאר זיַין רעטונג.
וואָס לעבן געבליבן ר'איז – האָט ער באצאָלט...
כ'געדענק, ווי מיט זיַין "באלאליַיקע" – דעם בעזעם
רחמיל גייט און שמייכלט, און זינגט עפּעס צו.